מיין לעבן

ביינאכט ביי חצות
די כוחות פארלאזט
פול מיט רעגעניש א גאס
זיך צאמצונעמען
וויאזוי קען מען
קוק ווי אונז זענען
מיין מח אפקילן
מיט חרטה געפילן
אלעס צו פארלירן
ממיינט מפארשטייט
אלעס שווער סגייט
אן קיין כח אנצוהאלטן די פייט

וויל איך שטארבן שנעל
מיין עתיד איך פארשטעל
אן סיפוק אביסעלע
פון ווייטאג א שיסעלע
פון ווייטאג צורינעך
צובראכן בינעך
קיין ברירות געבליבן
מיין לעצטע בריוול שוין געשריבן

איך וויל שטארבן שנעל
פונעם ברידש טאנצן איך וועל
מיינע צרות זאל ווערן קלענער
שטארבן וויל איך שנעלער
אין גרובל זיך לייגן
און אליינס איבערצייגן
הוי שטיל וועט דארטן זיין
איך וויל וואס שנעלער דארט אריין

נישט שלעכט סהערט זיך
ווען דיין פיין פארמערט זיך
פון דיין אויגן ס'טרערט זיך
דיין הארץ פארשטייעך
אזויפיהל צרות שייך
וויאזוי צוקוקן גייעך

איך בעהט דיך שטארב נישט שנעל
ווייל דיך זאגן איך וועל
אז פון פיין אין ענקזייעטי
ברענג נישט א ראי טו
דיין עתיד טו קלערן
וואס קען נאך פון דיר ווערן
אויף די גוטער חלק קוקן
אנשטאט אין וואסער זיך דערשטיקן

איך בעהט דיך שטארב נישט שנעל
דיין עתיד נישט פארשטעל
הוי שטארב נישט בעהט איך דיר
פון אויבן מזעהט דאך דיר
גוט קען נאך ווערן
גארנישט וועט דיך קיינמאל שטערן
נאר גוטס וועט פארמערן
פארגעסן פון די וויינען און טרערן

ווען מיין צרות איבערפילט זיך
ביי מיר און קאפ איך קלער
ווען אלעס איינשטילטזיך
און איך האב נישט מער
אלע פיין און קלעמען
פון מיר און מיין זעהל
אויסמעקן אוועקנעמען
דעס איך אויסוועהל
ווי א תלוש מיין לעבן שטופ איך און שטופ
בדמעות שלוש טוט זיך קלעבן ציפ נאך ציפ
מיין קאפ טוט זיך דרייען פון מיינע טעותים
ווי איך האלט שוין היינט מיין מויל איך אויפשיסעם

איך וויל שטארבן שנעל
מיין עתיד איך פארשטעל
אן סיפוק די מינדערסטע
אויף מיר דו ווינדערסטעך
מיט מיין מח שמיסן
געהאפט פאר א לעבן א זיסן
גארנישט איך פארדין
קיין ברירה נישט דא וואס צו טוהן

איך בעהט דיך שטארב נישט שנעל
דיך זאגן איך וועל
אז קוק נישט אויף קיין טעותים
סווארט דיך א לעבן א זיסעם
לאז עס גיין
און זאג צו דיר אליין
אז אפילו אויב די גאנצע וועלט צופאלט זיך
גענוג שטארק איך אליין האלט זיך

איך שטארב נישט שנעל



Credits
Writer(s): Mendy Twerski
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link