מזמור לדוד אבי

דאס הארץ ווﬠרט מיר ﬠנג
וואו איך גיי דיין זכרונות מיר ברﬠנגט
מאמﬠנטן פון בﬠנקשאפט ﬠס קלינגט מיר
אין די אויערן
פון דאנסמאל אלס קינד
דיינﬠ לידﬠר פארשפּרייט ווי א ווינט
גﬠזינגﬠן ביים שבת'דיגן טיש
אין פיל אידישﬠ טויﬠרן

מיינﬠ אויגן ﬠס ציﬠן צו דיר
און די טרﬠרן זיי פליסן פון מיר
ווﬠן איך הﬠר ווי מﬠן זינגט לא תבושי
און דיין אני מאמין
דﬠר 'אמרי אמת', ﬠר דרייט זיך ארום
זﬠן דאס קינד מיט דﬠם הﬠרליכן שטים
צום רבי'ן באהאפטן פון דאן
די הייליגע מסורה

ווﬠר קﬠן דען באגרייפן דעם טייטש
ווﬠן דער טאטﬠ האט געהﬠרט פון דעם דייטש
נא זינגט יﬠצט א שטיק וואס מ'זינגט נאר
אין בית החיים
דערציטﬠרט זיין שטימﬠ דﬠרשטיקט
ווי מﬠן שיסט דארט צוויי הונדﬠרט זיבﬠציג
הייליגע נשמות פארציקט
קל מלא שרייﬠן

דיין אמונה איז שווﬠר צו פארשטיין
אין די פינסטﬠרﬠ נﬠכט דארט אליין
געזונגﬠן אין לאגﬠר ביינאכט
פאר אלע צוזאמﬠן
אוי טאטﬠ אין ﬠולם הבא
ביזט נהנה מזיו השכינה
זﬠ ווי מיר גייﬠן דיר נאך
דיינﬠ ﬠרליכﬠ דורות

אין לאגער נאך פאר'ן עלות
מודה אני גﬠזאגט קוים ארויס
שרייט מﬠן אויס "לעבעדיג"
צו זﬠן ווﬠר ﬠס איז נאך בחיים
אויך ביי שינדלﬠר אויפ'ן ליסט
אין 8 לאגערן וויסט און פּוסט
נישט קיין קידוש קיין פיש נישט קיין ברויט
דאך אלס מיט א שמייכל

תהלה לדוד אבי
דאס לﬠכטﬠלﬠ לייכט און הﬠלפט צו
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זﬠן
בלב שבמוחי
ﬠם שאר צדיקי ﬠולם
דיינﬠ קינדﬠר וכל אשר בם
זﬠ איך דיך זינגﬠן פאר אונז
און פאר קודשא בריך הוא

מזמור לדוד אבי
דאס לﬠכטﬠלﬠ שיינט און הﬠלפט צו
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זﬠן
בלב שבמוחי
ﬠם שאר צדיקי ﬠולם
פאר דיינﬠ קינדﬠרלעך וכל אשר בם
זﬠ איך דיך זינגﬠן פאר אונז
און פאר קודשא בריך הוא

טאטע אוי טאטע מיר בענקן נאך דיר
מזמור לדוד אבי



Credits
Writer(s): Mordechai Ben David
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link