Good Memory

גוטער זכּרון
אַ מאָל איז דער זכּרון אױך אַ גוטער
און אַז מען בעט בײ אים אַ טובה טוט ער
ער ברענגט אַ מאָל צוריק אזש ביז דער ראיה
אַ בלימל פֿון דער קינדהײט אינעם בליזן

און דעמאַלט װאַכט אױך אױף גער חוש הריח
און צו דעם עבר מיט אַ שפּרונג דערגײ איך
און דעמאַלט װאַכט אױך אױף גער חוש הריח
און צו דעם עבר מיט אַ שפּרונג דערגײ איך

אַ מאָל איז דער זכּרון אױך אַ גוטער
און אַז מען בעט בײ אים אַ טובה טוט ער
ער ברענגט אַ מאָל צוריק אזש ביז דער ראיה
אַ בלימל פֿין דער קינדהײט אינעם בליזן

און דעמאַלט װאַכט אױך אױף גער חוש הריח
און צו דעם עבר מיט אַ שפּרונג דערגײ איך
און דעמאַלט װאַכט אױך אױף גער חוש הריח
און צו דעם עבר מיט אַ שפּרונג דערגײ איך

די מאמע רײסט די האָר מיר מיטן קעמל
מיט פּוטער שמירט זי אן א װיסן זעמל
זי טוט מיר אן די קינדערושע קלײדער
און פֿירט מיר אפּ צום רבין אינעם חדר
זי טוט מיר אן די קינדערושע קלײדער
און פֿירט מיר אפּ צום רבין אינעם חדר

איך װיל נישט גײן און חדר כ'בין א װײנער
דער רבי האָט א מױל מיט געלע צײנער
דער רבי האָט א גרױסן שװאַרצן סידור
און דאָרט איז מיר דער אלף־בית דערװידער

נאָר װען עס טריקענען זיך אױס די טרערן
צעשײנען זיך אותיות װי די שטערן
באהעפֿטן זײער ליכט אין גאנצע װערטער
און שטעלן זיך אױף װוּנדערלעכע ערטער

נאָר װען עס טריקענען זיך אױס די טרערן
צעשײנען זיך אותיות װי די שטערן
באהעפֿטן זײער ליכט אין גאנצע װערטער
און שטעלן זיך אױף װוּנדערלעכע ערטער
און לײכטן אפּ פֿין גרױסן סידור
אױף יאָרן שפּעטער ביז אין מײנע לידער

אַ מאָל איז דער זכּרון אױך אַ גוטער
און אַז בעט בײ אים אַ טובה טוט ער
ער ברענגט אַ מאָל צוריק אזש ביז דער ראיה
אַ בלימל פֿין דער קינדהײט אינעם בליזן



Credits
Writer(s): אלברשטיין חוה, הלר בינם ז"ל, 2
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link