Mnon Umon

תמהין ושילין ליה
די פעלקער פון די וועלט אלע פון זיי
פרעגן די יודעלע צו דען איז דיר כדאי
איז דען דיר ווערט צו בלייבן געטריי

מען ווינדערט זיך אויף דיר יוד
פארגאפטערהייט
ווי לאנג איז ענקער גלות
וואס איז דער באדייט
ווען גייט מען ענק אויסלייזן
ווען ווערט עטס באפרייט
שוין יארן זאגט עטס אט אט מ'גייט

מנן ומאן הוא רחומך
ווער איז דיין ליב האבער ווער
ארום ארום בגיניה ספות
צו ליידן ביטער און שווער
ווער איז דער וואס האט דיך ליב
דו שיינער זיסער יוד
וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען
מדור אריוותא אין לייבן גרוב

בחכמתא מתיבתא להון
מיט קלוגשאפט ענפערט מען צוריק
דעם נארישן גוי
דיין גרויסקייט קעגן מיינע
וואס איז עס דען שוין
עס ווארט עס ווארט מיר אפ א באלוין

ירושלים איר גרויסקייט אנדעקט
וועט ווערן אנגעפילט מיט יודן פון יעדן עק
אויף ענק גייט אנפאלן
א פחד און א שרעק
יקריה כד אתגלי
וועט דאן ווערן אנפלעקט

במיתי לי נהורא א לעכטיגקייט
די כלים פון בית המקדש
צוריקזעהן מיט פרייד
א שיינקייט מ'קען נישט מסביר זיין
וואס ס'גייט דעמאלטס געשען
עפעס וואס קיין איין נביא
האט נישט פאראויס געזען

מנן ומאן הוא רחומך
ווער איז דיין ליב האבער ווער
ארום ארום בגיניה ספות
צו ליידן ביטער און שווער
ווער איז דער וואס האט דיך ליב
דו שיינער זיסער יוד
וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען
מדור אריוותא אין לייבן גרוב

לפומיה דעבידתיה עבידן מטללתא
לויט דיינע מעשים כי אתה פעלתו
ווי שווערער סאיז דיר אנקומען אייביג
אויף דעי וועלט דא
וועט דיין חופה זיין שענער בעולם הבא

עלה רמזיה דין הוא דין הוא
דאס איז אונזער אונזער גאט
שברנא ליה בשביין אין גלות
אין געפענגעניש פאר דיר געהאפט

נאר מיט אמונה קלאר און שטארק
זיך געהאלטן פעלזן פעסט
אין יעצט באצאלן טוסטו אונז
א גרויסע שכר פאר דעם די געסט

זאלן מיר האבן די זכיה
צו זיין אין דעי הייליגע חבורה



Credits
Writer(s): Avrum Schwartz
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link