Vos Tut Dir Vey?

זאג עפעס קוועטשט דיר?
עפעס טוט דיר ווי?
געשלעפט אין מאראסט
אין שול אלץ א גאסט
אויף לכה דודי א לידל פארפאסט
שטיי איך די פנים אינגאנצן געבלאסט
א צווייטן שיקט מען צו לכו נרננה

כ'האב מיר באליידיגט כמעט
א נחמה געהאט
מ'וועט מיר זיכער צו שיקן צו שוכן עד
כ'וועל דאווענען שיין און שטייט
כ'בין זיי דן לכף זכות זיי ווייסן נאכנישט ווער ס'איז דא
איך האב מיר גענארט
געשטאנען געווארט
אפילו נישט אן עליה עס באדערט עס אהרט
דער גאנצע בית המדרש וואלט איך שוין פארשפארט
אויב מען גיבט א גאסט אזא ברוך הבא

אה
צו מוסף צוגיין
כ'וועל דאווענען שיין
אבער צום עמוד מען שיקט מיך נישט ניין
ס'איז שבת ראש חודש הלל ס'איז פיין
די בעל תפילה האט פארגעסן צו זאגן אתה יצרת
און יעך שריי נא
און איך שריי נו
איך בין דער ערשטער וואס שרייט נו
הלוואי
ווען איך גיי
קענען יעדן זאגן דעם אמת וואס טוט מיר וויי
אנשטאטס נא

עס איז מיר געווען באנג
מיט א פסק איך ענטפאנג
אזוי זיך צושריגן האב איך זיך נישט לאנג
אתה יצרת איז אין מיין געדאנק
נא נא נא נא...
אויסדריקליך נא נא אויסדריקליך
דער שלישי פאר פישי
און זישי האט שישי
א חוצפה ארויס פונעם גדר אנושי
נישט קיין ברעטל און נישט קיין חמישי
נו וואס זאל איך יעצט טון מיט מיינע
חזנות שטיקלעך

שריי איך נאאא
די גאסן איז פול
גייט רבי שלומ'קע פון זוועהיל
און עמיצער אים פארשעמען ער וויל
דער צדיק נעמט געלט א טייערער ביל
און גיבט דאס גאנצע פאר דעם איד אוועק
דער גבאי ער שוימט
מיט וואונדער ער שטוינט
דער רבי איז מסביר אזוי גוט געלוינט
זעסט נישט עס דריקט אים ער איז איינגעצוימט
גיב איך אים אהין פאר זיין פריוואטע צוועק

אין ער שרייט נא
אין ער שרייט נו
אין ער שרייט נא נו נא נא נא
הלוואי ווען איך גיי
קענען יעדן דערציילן דעם אמת וואס טוט מיר וויי
אנשטאטס נא
איינער זיצט אין שול בשעת התפילה
די שטיבל איז געשטאפט מיט מענטשן פילע
קומט עמיצער און מאכט א גאנצע בראטל
נא האלא ביי די שטיקל שטייט מען
האלו נו נו גיבט ער א טייטל

ּדער איד ווערט רויט מיט בושה גיבט זיך א כאפ
שוין דריי יאר זיץ איך אין שטוב כ'האב נישט קיין דזשאב
כ'קען נישט גיבן די קינדער מיט די ווייב
און קיינער שרייט נישט נא נאר שטיל מ'בלייבט
און דו שרייסט נא
און דו שרייסט נו יא
און דו שרייסט נא און ניע נא נא נא נו נא נא
הלוואי ווען איך גיי
קענען יעדן זאגן דעם אמת וואס טוט דיר ווי
אנשטאטס נא



Credits
Writer(s): Lipa Schmeltzer
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link