B'Ahava

דו מיינסט טאקע למען שמו
טוה עס אבער באהבה
די בורא וויל דאך נאר אזוי
צו יעדעם מיט ליבשאפט
ומביא גואל לבני בניהם
נאר אויב עס איז מיט אהבה
ווייל דרכיה דרכי נועם
מיט ריינע ליבשאפט

בין אדם לחבירו
איז יום כיפור נישט מכפר
עס העלפט נישט קיין תשובה
סלח מחל כפר
מיט יענעם'ס געפילן
טאר מען נישט שפילן
למען שמו איז נאר מיט ליבשאפט

מיט א שמייכל זאג אים שיין
הייליגע ברודער
שריי נישט אויף אים ניין
מאך נישט קיין גערודער
פאר א צדיק ווי דיר
טוט עס גאר נישט פאסן
אנשטאטס אים אראפ-רייסן

פראביר מיט שיינעם
א שפראך א ריינעם
א גלעט א פיינעם
ברודער אינאיינעם
פון גרויס ביז קליינעם
נישט טשעפען קיינעם
סטאפ דערגיין'עם



Credits
Writer(s): Don Stern
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link