הכרות הטוב
דער מלאך כאפט מיר אן ביים האנט
אויף יענעם עולם
אונז שפאציר מיר געשפאנט
ער גייט פאראויס
און איך גיי נאך-אים
איך טרעף מיר אין א שטוב
פול פול מיט מלאכים
א גערודער א געטומל פאר קיין רגע שטיל-איז
דא איז די שטוב וואו עס קומען אן אלע תפילות
ארבעט איבערן קאפ
אן עבודה קשה
אנצונעמען פון די גאנצע וועלט
יעדן'ס בקשה
פון דארטן צום נעקסטן צימער ער טראגט-מיר
א רעש אז איך קען קוים הערן
וואס ער זאגט-מיר
דא פּאקט מען צַאם יעדן'ס נס
פון דא שיקט מען עס אפּ
צו דעם בּעטער'ס אדרעסס
מיליאנען מלאכים קומען און גייען
מסדר זיין פאר יעדן די ענטפער
צו זיינע געשרייען
עס ארבעטן אויף קעסל און כלים אלע
בּיליאנען בקשות
איז מען דאך ממלא
דער מלאך ווינקט מיר אויב איך בין גרייט
פון דארטן ווייטער צום נעקסטן צימער מען גייט
דער מלאך עפענט די טיר
גיט אן אטעם אריין
ער ווייזט מיטן פינגער
אז שטיל זאל איך זיין
מען הערט קיין גערודער
קיין שום געוואלד
אלעס איז שטיל
גארנישט רעש'ט און טומעלט
די שטוב איז שטויבּיג, טונקל, קאלט
א מלאך זיצט ביי א ליידיגן טיש
און דרימעלט
מלאך מלאך
זאג מיר קלאר
אין דעם היכל
וואס גייט דא פאר
פארוואס האסטו מיך אהערגעפירט
עס קוקט דאך נישט אויס
ווי ארבעט ווערט דא אפּערירט
ביז אהער אזא געטומל
געזען איך האב
אבער דא איז שטיל
קיינער טוט נישט יאגן
דער מלאך בייגט אראפ זיין קאפ
און פארשעמטערהייט הייבט ער מיר אן צו זאגן
דעי שטוב איז געשטעלט דערויף
דא קומט אן יעדן'ס הכּרת הטוב
נאכן אראפשיקן השפעות גענוג
דא נעמט מען אויף די ענטפערס
וואס קומען צוריק
מיר ווארטן צו הערן שירה און לויבן
א גאנצע היכל געבּויעט פאר דעם דא הויעך
סאך מער פארנומען וואלט געווען דא אויבן
ווען יעדער איינער שיקט צוריק
א יישר כח
טראכט נאר אריין
פאר איין מינוט
די געוואלדיגע חסדים
וואס דער אייבערשטער טוט
ווי די תּניא זאגט
פּונקט ווי ער איז אין סוף
אזוי איז זיין חסד
כּי לא כלו רחמיו
דו קענסט הערן דעם ניגון
קענסט די ווערטער ליינען
דו האסט די פאר דאלער
צו קויפן אט דעם סידי
האסט שכל צו פארשטיין
וואס די ווערטער מיינען
וויפיל זענען נישט אזוי
גליקליך ווי-דו
אין די גאנצע וועלט
איבּער אכציג פראצענט
זענען ארעם ווי די נאכט
מיט ערנערונגען שוואכע
אז דו האסט ביי דיר
אפילו נאר אפאר סענט
דאנק און לויבּ
דו ביסט דאך פון די צוואנציג רייכע
באלד א דריטל
איבער צוויי בּיליאנען
האבן קיין צוטריט צו וואסער ביי זיך אינדערהיים
ביי אונז אין איין מינוט
גיסט זיך גאלאנען
לא רעב ללחם
ולא צמא למים
צוואנציג טויזענט פּיצלעך א טאג
גייען נעבעך אויס
פון נישט האבן צו עסן
אז דו ווייסט נישט פון הונגער
זאג מיר זאג
דאנקן דעם בורא
ווי קען מען פארגעסן
האסט א מאמע
א בּרודער
א קינד
אדער א פריינט
טאלאנטן און ידיעות
דו וואקסט און דו שטרעבסט
קענסט גיין אין גאס
זען די זון ווי עס שיינט
און אמאל אויך ווייטאג
וואס דערמאנט דיך אז דו לעבּסט
מאכן א חשבון אליין דו מוזט
ווי גליקליך, ווי רייך
ווי א בּר מזל דו ביסט
ווארף אוועק די עצבות און קלעם
'טאנץ ביזן הימל און שריי הודו לד
הייליגע באשעפער
איך האב דיר ליב
איך דאנק
און דאנק
און דאנק
ס'גייט א רויעך
נעם צוזאם די מלאכים
און פול אן דעם שטוב
ש'כח
ש'כח
טאטע - יישר כח
הייליגע טאטע דו ביסט דאך אזוי וואויל
דו גיבסט אזויפיל חסד נאך און נאך
אויף דעם אלעם זאג איך ועל הכל
ד' אלקינו אנחנו מודים לך
דער באשעפער אין הימל איז אזוי געטריי
אזויפיל גוטע זאכן
ער גיט און גיט
יתברך שמך בפי כל חי
תּמיד לעולם ועד
אויף יענעם עולם
אונז שפאציר מיר געשפאנט
ער גייט פאראויס
און איך גיי נאך-אים
איך טרעף מיר אין א שטוב
פול פול מיט מלאכים
א גערודער א געטומל פאר קיין רגע שטיל-איז
דא איז די שטוב וואו עס קומען אן אלע תפילות
ארבעט איבערן קאפ
אן עבודה קשה
אנצונעמען פון די גאנצע וועלט
יעדן'ס בקשה
פון דארטן צום נעקסטן צימער ער טראגט-מיר
א רעש אז איך קען קוים הערן
וואס ער זאגט-מיר
דא פּאקט מען צַאם יעדן'ס נס
פון דא שיקט מען עס אפּ
צו דעם בּעטער'ס אדרעסס
מיליאנען מלאכים קומען און גייען
מסדר זיין פאר יעדן די ענטפער
צו זיינע געשרייען
עס ארבעטן אויף קעסל און כלים אלע
בּיליאנען בקשות
איז מען דאך ממלא
דער מלאך ווינקט מיר אויב איך בין גרייט
פון דארטן ווייטער צום נעקסטן צימער מען גייט
דער מלאך עפענט די טיר
גיט אן אטעם אריין
ער ווייזט מיטן פינגער
אז שטיל זאל איך זיין
מען הערט קיין גערודער
קיין שום געוואלד
אלעס איז שטיל
גארנישט רעש'ט און טומעלט
די שטוב איז שטויבּיג, טונקל, קאלט
א מלאך זיצט ביי א ליידיגן טיש
און דרימעלט
מלאך מלאך
זאג מיר קלאר
אין דעם היכל
וואס גייט דא פאר
פארוואס האסטו מיך אהערגעפירט
עס קוקט דאך נישט אויס
ווי ארבעט ווערט דא אפּערירט
ביז אהער אזא געטומל
געזען איך האב
אבער דא איז שטיל
קיינער טוט נישט יאגן
דער מלאך בייגט אראפ זיין קאפ
און פארשעמטערהייט הייבט ער מיר אן צו זאגן
דעי שטוב איז געשטעלט דערויף
דא קומט אן יעדן'ס הכּרת הטוב
נאכן אראפשיקן השפעות גענוג
דא נעמט מען אויף די ענטפערס
וואס קומען צוריק
מיר ווארטן צו הערן שירה און לויבן
א גאנצע היכל געבּויעט פאר דעם דא הויעך
סאך מער פארנומען וואלט געווען דא אויבן
ווען יעדער איינער שיקט צוריק
א יישר כח
טראכט נאר אריין
פאר איין מינוט
די געוואלדיגע חסדים
וואס דער אייבערשטער טוט
ווי די תּניא זאגט
פּונקט ווי ער איז אין סוף
אזוי איז זיין חסד
כּי לא כלו רחמיו
דו קענסט הערן דעם ניגון
קענסט די ווערטער ליינען
דו האסט די פאר דאלער
צו קויפן אט דעם סידי
האסט שכל צו פארשטיין
וואס די ווערטער מיינען
וויפיל זענען נישט אזוי
גליקליך ווי-דו
אין די גאנצע וועלט
איבּער אכציג פראצענט
זענען ארעם ווי די נאכט
מיט ערנערונגען שוואכע
אז דו האסט ביי דיר
אפילו נאר אפאר סענט
דאנק און לויבּ
דו ביסט דאך פון די צוואנציג רייכע
באלד א דריטל
איבער צוויי בּיליאנען
האבן קיין צוטריט צו וואסער ביי זיך אינדערהיים
ביי אונז אין איין מינוט
גיסט זיך גאלאנען
לא רעב ללחם
ולא צמא למים
צוואנציג טויזענט פּיצלעך א טאג
גייען נעבעך אויס
פון נישט האבן צו עסן
אז דו ווייסט נישט פון הונגער
זאג מיר זאג
דאנקן דעם בורא
ווי קען מען פארגעסן
האסט א מאמע
א בּרודער
א קינד
אדער א פריינט
טאלאנטן און ידיעות
דו וואקסט און דו שטרעבסט
קענסט גיין אין גאס
זען די זון ווי עס שיינט
און אמאל אויך ווייטאג
וואס דערמאנט דיך אז דו לעבּסט
מאכן א חשבון אליין דו מוזט
ווי גליקליך, ווי רייך
ווי א בּר מזל דו ביסט
ווארף אוועק די עצבות און קלעם
'טאנץ ביזן הימל און שריי הודו לד
הייליגע באשעפער
איך האב דיר ליב
איך דאנק
און דאנק
און דאנק
ס'גייט א רויעך
נעם צוזאם די מלאכים
און פול אן דעם שטוב
ש'כח
ש'כח
טאטע - יישר כח
הייליגע טאטע דו ביסט דאך אזוי וואויל
דו גיבסט אזויפיל חסד נאך און נאך
אויף דעם אלעם זאג איך ועל הכל
ד' אלקינו אנחנו מודים לך
דער באשעפער אין הימל איז אזוי געטריי
אזויפיל גוטע זאכן
ער גיט און גיט
יתברך שמך בפי כל חי
תּמיד לעולם ועד
Credits
Writer(s): Motty Ilowitz
Lyrics powered by www.musixmatch.com
Link
Other Album Tracks
© 2024 All rights reserved. Rockol.com S.r.l. Website image policy
Rockol
- Rockol only uses images and photos made available for promotional purposes (“for press use”) by record companies, artist managements and p.r. agencies.
- Said images are used to exert a right to report and a finality of the criticism, in a degraded mode compliant to copyright laws, and exclusively inclosed in our own informative content.
- Only non-exclusive images addressed to newspaper use and, in general, copyright-free are accepted.
- Live photos are published when licensed by photographers whose copyright is quoted.
- Rockol is available to pay the right holder a fair fee should a published image’s author be unknown at the time of publishing.
Feedback
Please immediately report the presence of images possibly not compliant with the above cases so as to quickly verify an improper use: where confirmed, we would immediately proceed to their removal.