נעם מיך ארום

איך וויל צוגיין גראד צום זאכ'ל
גאט איך בעהט דיר נישט קיין סך-ל
כוויל נאר פליען, ווייט ווייט ווייט
מיט מיין קאפ אינטערן דאכ'ל
ביינאכט שלאף איך צופרי וואכ'ל
און אפרוען, נישטא קיין צייט

כבין נישט קיין צדיק נישט קיין שינאווער
אויכנישט ר' דוד דינוב'ער
איך בעהט דיר, נאר א טובה א קליינעם
שווער איך ארבעט ניין ביז פונעווער
און איך ווייס אז טיסט פארגינען ווער
עס בעהט דיר מיט א הארץ א ריינעם

נעם מיך ארויס
ווי אין א גארטן
זיצן דארט רוהיג
אין די שאטן
דארט זעהסט,די קינדערלעך, אזוי שיין זיך שפילן
אטעם אריין, ארויס, רוהיג פילן

נעם מיך ארויס
ערגעץ שפאצירן
ווייט אריין
כזאל מיך פארלירן
כוויל קענען טראכטן, דארט און פלאנירן
אן אפן קאפ, רוהיג שפירן

און אויב דער ברעטל איבערנעמיך
בעהט איך דיר דער גאט וואס קעמיך
קוק אריין טיף, אין מיין הערצל דעם רויטע'ן
פון געלט איז ליידיג אלע טאשן
טייכן טרערן שוין באוואשן
הער מיר ביטע אין מיין מצב דעם נויטן
איך בין א מענטש גאר א נארמאלער
אין איך גלייב אין איין גאט ווייל ער
טוט נאר מיינען, מיין גוטס אלע צייטן
קיינמאל מיין ווילן נישט אפשוואכעס
כוויל דיר מאכן נאר א נחת
זאלסט דיך פרייען, מיט מיר מיין טאטע'ן

איך דארף יעצט הילף
מיט מיין פראבלעמען
און צי בעטן
כטוה מיך שעמען
קום איך צו דיר, דער קעניג איבער אלעם
העלף מיר איך זאל, נישט פארפאלן

מיין לעבן יעצט,
ספארט אויף רעדער
דו ביסט דאך דער קעניג,
איבער יעדער
נאר דו טוסט העלפן יעדעם פאר בחנם
העלף אז איך זאל מיין רוהיגקייט געפונען

מיין טאטע קרוין
טו מיר צוהערן
א סויף לייג שוין
צי פיין טרערן
פיל בקשות, ס'גיסן אן קיין מאסן
העלף פאר דיין פאלק, בעת שוועתם

קוק אויף דיין קינד
ער דינט דיר ערליך
מאך אים עס גרינג
ווייניגער שווערליך
פארעכט אים גאנץ, מערנישט צוריסן
ס'אל זיין נאר גוטס, אויף זיין געוויסן



Credits
Writer(s): Mordechai Twerski
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link