Besser

איך בין געקומען צו פאררעכטן
און מיין הארץ פאר דיר אויסשמועסן
כאטש די ווערטער דערצו האב איך נישט דאס מאל
דאס ביטערן טעם פון נעכטן
שוין פון לאנג ערזעצט דעם זיסן
וויאזוי הייבט מען אן פון פריש נאכאמאל

אינערליכע געפעכטן
נאך הונדערט און איין התחלות
נאך דעם שטראל און גלאנץ פון זון אונטערגאנג בלייבט שווארץ
אבער צו פאררעכטן
דארף מען נישט קיין גרויס קבלות
נאר זיך אנכאפן אין דעם 'היינט', זאגט מיין הארץ

טאטע
אוי אוי טאטע
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן
טאטע
אוי אוי טאטע
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן
אוי אוי
בעסער פון נעכטן
אוי אוי
איך וויל שוין פאררעכטן
אוי אוי
בעסער פון נעכטן
אוי אוי
איך וועל פאררעכטן

איך טראכט נישט פונעם נעכטן
און איך קלער נישט פונעם מארגן
בלויז מיט וואס קען איך זיין בעסער היינט איך טראכט
מיט אן התחלה - דאס מאל אן עכטן
קליינע טריט זענען היינט מיינע זארגן
נאכן שוואכן שטראל פון זון אויפגאנג, עס לייכט

טאטע
אוי אוי טאטע
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן
טאטע
אוי אוי טאטע
איך וויל זיין באמת בעסער פון נעכטן
אוי אוי
בעסער פון נעכטן
אוי אוי
איך וויל שוין פאררעכטן
אוי אוי
בעסער פון נעכטן
אוי אוי

(ס'גייט זיין גוט)
(מ'גייט זיין גוט)

טאטע
אוי אוי טאטע
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן
טאטע
אוי אוי טאטע
איך וויל זיין בעסער פון נעכטן
אוי אוי
בעסער פון נעכטן
איך וויל איך וויל זיין
(איך וויל אויך זיין)
בעסער פון נעכטן
אוי אוי
בעסער פון נעכטן
אוי אוי
בעסער פון נעכטן



Credits
Writer(s): Shlomo Tyberg, Oizer Glick
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link