אונטער דיינע ווייסע שטערן

אונטער דײַנע ווײַסע שטערן
שטרעק צו מיר דײַן װײַסע האַנט.
מײַנע װערטער זײַנען טרערן
װילן רוען אין דײַן האַנט.
זע, עס טונקלט וײער פֿינקל
אין מײַן קעלערדיקן בליק
און איך האָב גאָרנישט קײן װינקל
זײ צו שענקען דיר צוריק.

און איך װיל דאָך, ג-ט, געטרײַער,
דיר פֿאַרטרױען מײַן פֿאַרמעג.
װײַל אעס מאָנט אין מיר אַ פֿײַר
און אין פֿײַער מײַנע טעג.
נאָר אין קעלער און אין לעכער
װײנט די מערדערישע רו.
לױף איך העכער – איבער דעכער
און איך זוך: װוּ ביסטו, װוּ?

נעמען יאָגן מיך משונה
טרעפ און הױפֿן – מיט געוווֹי.
הענג איך אַ געפלאַצטע סטרונע
אין איך זינג צו דיר אַזױ:
אונטער דײַנע ווײַסע שטערן
שטרעק צו מיר דײַן װײַסע האַנט.
מײַנע װערטער זײַנען טרערן
װילן רוען אין דײַן האַנט.



Credits
Writer(s): ברודנא אברהם, סוצקובר אברהם ז"ל, ברטלר גדעון
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link