Golus - גלות
און ווען משה איז געקומען
און מצרים איין גענומען
האבן אידן אנגעפאנגען גוטע צייטן זעהן
אלע פולע מיט עשירות
און מיט שיינע רייכע דירות
און די מצרים זענען ביי זיי שכנים געווען
און אידן
נישט צופרידן
געליטן
געוואלט ווי שנעל ארויס
גלות, אוי גלות
אזוי פלעגן זיי רעדן
מוחל דיינע גליקן
און לאמיר זיך צושיידן
גענוג זיין אינאיינעם
מיט די שלעכטע שכנים
מיט האסן
מיט שפאסן
מיט וויי טאן יעדן איינעם
יעדן פאלק מען האט געגעבן
א באזונדער לאנד צום לעבן
און א הויז האט יעדן גלויבן
זיין ג-ט צו לויבן
נאר אליין דעם פאלק פון אידן
זיצט אין גלות אומצופרידן
און זיין גלויבן זיינע זיטן
קען ער נישט היטן
גלות, גלות
מען קען שוין מער ביי דיר נישט לעבן
גלות, גלות, עס איז גענוג דיין גליק
דער באשעפער, האט זיי גלייך א הילף געגעבן
און געבראכט זיי, אין זייער לאנד צוריק
(ר' יו"ט עהרליך)
עטליכע טויזנט יאר זענען פאריבער
פון יענע צייט
ווידער איז דער איד היינט אין גלות
מיט אט די שווארצע לייט
אויך היינט לעבט מען ברוך השם
מיט וואוילטאג און עשירות
שיינע געשעפטן מיט שיינע דירות
און מען טוט זיך קוויקן
ווי א ווארעם עסט זיך איין אין כריין און קוועלט
ער מיינט קיין זיסערע זאך
איז נישטא אויף דער וועלט
מען וויל גאר נישט טראכטן
פון אונזער הייליגע לאנד
וועלכער ליגט שוין יארן לאנג ביי חפשים אין האנט
צו שפאט און צו שאנד
און ווערט דערשטיקט און דערדריקט
פון ווייטאג און פארדראס
זי בענקט נאך די ערליכע אידן
אן א ברעג
אן א מאס
און זי בעהט מען זאל מתפלל זיין פאר איר
אזוי שנעל ווי איר קענט
דער באשעפער זאל איר אויסלייזן
פון די פרייע הענט
אויפן הימל איז גרויסארטיג
אלעס שטייט שוין גרייט און פארטיג
משיח וויל שוין קומען
און עס פעהלט נאך א האר
נאר איין שאלה טוט ער שטעלן
ווי קען ער דען קומען וועלן
אז דער גלות טוט דעם איד געפעלן ביז גאר
ער בעהט נישט
ער רעדט נישט
ער מאנט נישט, אזוי
גלות, אוי גלות
ווי לאנג וועט מען נאך ליידן
ווי לאנג וועלן זיך ציען
די שלעכטע וויסטע צייטן
גלות, אוי גלות
ווי לאנג וועט מען נאך שמאכטן
מען קען שוין מער נישט דולדן
מען קען שוין מער נישט ווארטן
און די צרות ווערן שווערער
איין טאג פון די צווייטן מערער
און דער הימל ווערט נישט קלארער
גלות, אוי גלות
און פאר אונזער עקשנות
צאלסטו אונז גאר אן רחמנות
אלע טאג מיט מער סכנות
און מער קרבנות
גלות, גלות
האסט אונז פרייהייט פיל געגעבן
יעדער איינער, קען טאן וואס ער וויל
גלות, גלות
פאר דיין גוטן זיסן לעבן
האבן אידן, באצאלט דיר זייער פיהל
גלות, אוי גלות
מיר וועלן דיר געדענקען
די שענסטע זוהן און טעכטער
געטוהן האסטו אומברענגען
גלות, אוי גלות
דו האסט גענומען טרייבן
יעדער איינער זעהט שוין
מען קען ביי דיר נישט בלייבן
אבער גיי פארהויב די פאלעס
און זיי זוכן די הצלות
אוואו דו גייסט און וואו דו קומסט
איז גלות, אוי גלות
מען קען פון גלות נישט אנטלויפן
מער נישט נאר מיט אט דעם אופן
צום באשעפער דארף מען לויפן
זאגן און קלאגן
באשעפער גרויסער
דער גלות טוט אונז ארויס טרייבן
לאזט נישט רוהען
די צרות זענען גרויס
באשעפער גרויסער
מיר קענען דא שוין מער נישט בלייבן
האב רחמנות
טאטע טאטע
האב רחמנות
נעם אונז שוין ארויס פון גלות
משיח זאל שוין קומען
און לייז אונז תיכף אויס
און מצרים איין גענומען
האבן אידן אנגעפאנגען גוטע צייטן זעהן
אלע פולע מיט עשירות
און מיט שיינע רייכע דירות
און די מצרים זענען ביי זיי שכנים געווען
און אידן
נישט צופרידן
געליטן
געוואלט ווי שנעל ארויס
גלות, אוי גלות
אזוי פלעגן זיי רעדן
מוחל דיינע גליקן
און לאמיר זיך צושיידן
גענוג זיין אינאיינעם
מיט די שלעכטע שכנים
מיט האסן
מיט שפאסן
מיט וויי טאן יעדן איינעם
יעדן פאלק מען האט געגעבן
א באזונדער לאנד צום לעבן
און א הויז האט יעדן גלויבן
זיין ג-ט צו לויבן
נאר אליין דעם פאלק פון אידן
זיצט אין גלות אומצופרידן
און זיין גלויבן זיינע זיטן
קען ער נישט היטן
גלות, גלות
מען קען שוין מער ביי דיר נישט לעבן
גלות, גלות, עס איז גענוג דיין גליק
דער באשעפער, האט זיי גלייך א הילף געגעבן
און געבראכט זיי, אין זייער לאנד צוריק
(ר' יו"ט עהרליך)
עטליכע טויזנט יאר זענען פאריבער
פון יענע צייט
ווידער איז דער איד היינט אין גלות
מיט אט די שווארצע לייט
אויך היינט לעבט מען ברוך השם
מיט וואוילטאג און עשירות
שיינע געשעפטן מיט שיינע דירות
און מען טוט זיך קוויקן
ווי א ווארעם עסט זיך איין אין כריין און קוועלט
ער מיינט קיין זיסערע זאך
איז נישטא אויף דער וועלט
מען וויל גאר נישט טראכטן
פון אונזער הייליגע לאנד
וועלכער ליגט שוין יארן לאנג ביי חפשים אין האנט
צו שפאט און צו שאנד
און ווערט דערשטיקט און דערדריקט
פון ווייטאג און פארדראס
זי בענקט נאך די ערליכע אידן
אן א ברעג
אן א מאס
און זי בעהט מען זאל מתפלל זיין פאר איר
אזוי שנעל ווי איר קענט
דער באשעפער זאל איר אויסלייזן
פון די פרייע הענט
אויפן הימל איז גרויסארטיג
אלעס שטייט שוין גרייט און פארטיג
משיח וויל שוין קומען
און עס פעהלט נאך א האר
נאר איין שאלה טוט ער שטעלן
ווי קען ער דען קומען וועלן
אז דער גלות טוט דעם איד געפעלן ביז גאר
ער בעהט נישט
ער רעדט נישט
ער מאנט נישט, אזוי
גלות, אוי גלות
ווי לאנג וועט מען נאך ליידן
ווי לאנג וועלן זיך ציען
די שלעכטע וויסטע צייטן
גלות, אוי גלות
ווי לאנג וועט מען נאך שמאכטן
מען קען שוין מער נישט דולדן
מען קען שוין מער נישט ווארטן
און די צרות ווערן שווערער
איין טאג פון די צווייטן מערער
און דער הימל ווערט נישט קלארער
גלות, אוי גלות
און פאר אונזער עקשנות
צאלסטו אונז גאר אן רחמנות
אלע טאג מיט מער סכנות
און מער קרבנות
גלות, גלות
האסט אונז פרייהייט פיל געגעבן
יעדער איינער, קען טאן וואס ער וויל
גלות, גלות
פאר דיין גוטן זיסן לעבן
האבן אידן, באצאלט דיר זייער פיהל
גלות, אוי גלות
מיר וועלן דיר געדענקען
די שענסטע זוהן און טעכטער
געטוהן האסטו אומברענגען
גלות, אוי גלות
דו האסט גענומען טרייבן
יעדער איינער זעהט שוין
מען קען ביי דיר נישט בלייבן
אבער גיי פארהויב די פאלעס
און זיי זוכן די הצלות
אוואו דו גייסט און וואו דו קומסט
איז גלות, אוי גלות
מען קען פון גלות נישט אנטלויפן
מער נישט נאר מיט אט דעם אופן
צום באשעפער דארף מען לויפן
זאגן און קלאגן
באשעפער גרויסער
דער גלות טוט אונז ארויס טרייבן
לאזט נישט רוהען
די צרות זענען גרויס
באשעפער גרויסער
מיר קענען דא שוין מער נישט בלייבן
האב רחמנות
טאטע טאטע
האב רחמנות
נעם אונז שוין ארויס פון גלות
משיח זאל שוין קומען
און לייז אונז תיכף אויס
Credits
Writer(s): Yom Tov Ehrlich
Lyrics powered by www.musixmatch.com
Link
Other Album Tracks
© 2024 All rights reserved. Rockol.com S.r.l. Website image policy
Rockol
- Rockol only uses images and photos made available for promotional purposes (“for press use”) by record companies, artist managements and p.r. agencies.
- Said images are used to exert a right to report and a finality of the criticism, in a degraded mode compliant to copyright laws, and exclusively inclosed in our own informative content.
- Only non-exclusive images addressed to newspaper use and, in general, copyright-free are accepted.
- Live photos are published when licensed by photographers whose copyright is quoted.
- Rockol is available to pay the right holder a fair fee should a published image’s author be unknown at the time of publishing.
Feedback
Please immediately report the presence of images possibly not compliant with the above cases so as to quickly verify an improper use: where confirmed, we would immediately proceed to their removal.