Kinder Yo'rn (Childhood Years)

קינדעריאָרן, זיסע קינדעריאָרן
אייביק בלייַבט איר וואַך אין מייַן זיכּרון
ווען איך טראַכט פֿון אייַער צייַט
ווערט מיר אזוי באַנג און לייד
אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן.

נאָך שטייט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אויגן
וווּ איך בין געבוירן אויפֿגעצויגן
אויך מייַן וויגל זשע איך דאָרט
שטייט נאָך אויף דעם זעלבן אָרט
ווי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַפֿלויגען.

און מיין מאמע, אך, ווי כ'פֿלעג זי ליבן
כאָטש זי האָט אין חדר מיך געטריבן;
יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט
מיר נאָך אזוי גוט באַקאַנט —
כאטש קיין צייכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן.

נאָך זשע איך דיך, פֿייגעלע, דו שיינע,
נאָך קוש איך די רויטע בעקלעך דייַנע,
דייַנע אויגן פֿול מיט חן,
דרינגען אין מייַן האַרץ אַרייַן,
כ'האָב געמיינט, דו וועסט אמאָל זיין מייַנע

קינדעריאָרן, יונגע שיינע בלומען
צוריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען;
יאָרן אַלטע, טרויריקע
קאַלטע, מורא שחרדיקע,
האָבן אייער שיינעם פּלאַץ פֿאַרנומען.

קינדעריאָרן, כ'האָב אייַך אָנגעוווירן.
מייַן געטרייַע מאַמען אויך פֿאַרלוירן,
פֿון דער שטוב נישטא קיין פֿלעק,
פֿייגעלע איז אויך אַוועק
אויי ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן.



Credits
Writer(s): Malakoff Kowalski, Mordechai Gebirtig
Lyrics powered by www.musixmatch.com

Link